קדש: ווען דער טאטע קומט אהיים פון שול טוט ער זיך אן די ווייסע קיטל...
וואס געשעהט אויב ח"ו דער טאטע קומט נישט אהיים פון שול? ווילסט אפילו נישט טראכטן ווי ס'זעהט אויס א אידישע שטוב וואס דער טאטע קומט נישט אהיים נישט נאר פסח נאר א גאנץ יאר...
ליידער דאס איז דער מציאות, ס'איז נישט קיין חלומות, צענדליגער צובראכענע נפשות וואס זענען אריבער א גיהנם עלי אדמות, צובראכענע שטובער, יתומות, עלנד אליינס, זיך געוואלגערט אויף די ירושלימ'ער געסלעך, ביז זיי זענען אנגעקומען צום הייליגן מוסד 'בית לפליטות' ווי דארטן האט זיך דאס גאנצע מציאות געטוישט, ס'איז א בחינה 'ממצרים גאלתנו ומבית עבדים פדיתנו'...
